פוטין באזוכט צפון קארעא. סיגנאל פאר מערב-וועלט
צפון קארעא - דער רוסישער פרעזידענט פוטין איז נעכטן נאכמיטאג אנגעקומען אויף א קורצע באזוך אינעם קאמוניסטישע צפון קארעא, זיין ערשטע באזוך אין 24 יאר, און איז א דירעקטע סיגנאל אקעגן אמעריקא מיטן מערב וועלט אז רוסלאנד וועט ארבעטן ביינאזאם מיט צפון קארעא טראץ זי איז אונטער שווערע סאנקציעס איבער איר נוקלעארע וואפן פראגראם.
​​​​​​​
אין אן ארטיקל פובליצירט דורך צפון קארעא סטעיט מידיע האט פוטין אויסגעדרוקט זיין ווילן צו אויסברייטערן האנדל מיטן לאנד און ארבעטן פאר לעגיטימע האנדל אין אזיע וועלכע זאל נישט ווערן אפעקטירט פון אמעריקאנע און מערב-וועלט סאנקציעס.
דער באזוך האט אויפגעברענגט גרויס זארג ספעציעל נאך עס איז באקאנט געווארן אז צפון קארעא האט געשיקט פילע באליסטישע מיסילס און איבער 11,000 שאכטלען פון אמוניציע פאר רוסלאנד, און נאטא האט מורה אז רוסלאנד וועט אין אויסטויש העלפן צפון קארעא מיט נוקלעארע סודות.

מעגליכע מדנ"י-כיזבאללא קריג אינעם קומענדיגע טעג
מדנ"י - אויסערן מיניסטער ישראל כ"ץ האט זאגט אז אינעם קומענדיגע טעג וועט מדנ"י ענדגילטיג אפמאכן טאמער זי וועט אנהייבן א פולע קריג מיט כיזבאלא, און זי וועט זיך נישט אפשטעלן פאר גארנישט כאטש אמעריקא לייגט שטארקע דרוק אז זי זאל נישט אריינגיין אין קריג מיט לבנון.
​​​​​​​
זיינע ווערטער קומען אין א צייט וואס דער אמעריקאנע מיטל-מזרח שליח עמות האכשטיין האט באזוכט מדנ"י און לבנון פראבירנדיג צו בארוהיגן די אנגעצויגנע מצב. ווי אויך האט כיזבאללא אנגעהויבן ווארענען איבער א מאסיווע אטאקע אויף חיפה, דער דריט גרעסטע שטאט אין מדנ"י.

מדנ"י - די איי. די. עף. זאגט אז ביז אהער האט זי שוין עלימינירט איבער האלב פון די כאמאס קעמפער אין רפיח, כאטש 550 כאמאס טעראריסטן זענען געהרגעט געווארן אין רפיח זינט די מיליטער האט אנגעהויבן איר 3 שטאפל אפעראציע אינעם געגענט.

אמעריקא - די עדיוקאציע באורד אין לאס אנדזשעלעס, קאליפארניע, האט געשטימט אויף א ביל צו בלאקירן סמארטפאון באנוץ פאר אירע 429,000 קינדער אין פובליק שולעס.

דייטשלאנד - דער אינערן זיכערהייט מיניסטער זאגט אז רוסלאנד האט אנגעהויבן באצאלן גרויסע סומעס פאר שפיאנען אין דייטשלאנד, אין א פרואוו צו איינזייען נייע שפיאנען אין לאנד. לעצטע חודש האט א געריכט פאראורטיילט צווי בירגער אין לאנד צו באצאלן א קנס פון 400,000 יורא'ס נאכן געפונען ווערן שולדיג אלס אגענטן פאר רוסלאנד.

אמעריקא - ענדערסאן עלדריטש, דער פארשוין וועלכע האט אין 2022 אדורכגעפירט א מאסן שיסעריי אין קאלאראדא אומברענגענדיג דערביי 5 מענטשן, איז נעכטן דינסטאג פאראורטיילט געווארן צו א לעבנס'לענגליכע טורמע טערמין אנע מעגליכקייט צו ווערן ארויסגעלאזט.

אמעריקא - די 911 סיסטעם אינעם שטאט מעסאטשוסעטס האט געליטן פון א קורצשלוס, נישט געבענדיג א מעגליכקייט פאר מענטשן צו רופן פאר הילף.

אייראפע - די פירער פון די אייראפעאישע יוניאן האבן צוגעשטימט צו פינאנציעל העלפן פולין מיט איר גרעניץ מיט בעלארוס. די גרעניץ איז אינעם לעצטע צייט פארשפארט נאכפאלגענדיג א אנשטויס פון פילע אומלעגאלע אימיגראנטן.

אמעריקא - זינט טראמפ האט געוואונען די רעפובליקאנע נאמינאציע האבן גרופעס וועלכע שטיצן אים אויסגעגעבן איבער $25 מיליאן אים צו העלפן מיט ווידערוויילונג, אין קאנטראסט צו ארום $15 מיליאן אויסגעגעבן אינעם זעלבע צייט דורך גרופעס וועלכע זענען אין שטיצע פון פרעזידענט ביידען.

פיסקער, אן אמעריקאנע עלעקטערישע קאר פירמע, האט זיך דערקלערט באנקראט נאכן אויסלויפן פון געלט צו אנגיין ווייטער, די דריטע אזא פירמע זיך צו דערקלערן באנקראט אינעם לעצטע צייט, אונטערשטרייכענדיג די שוועריגקייט אין די עלעקטערישע קארן מארקעט.

שטייענדיג קוים צוויי וואכן נאכן איבערשטייגן עפל, האט נווידיע אצינד איבערגענומען מייקראסאפט אלס די מערסט ווערדפולע פירמע אין די וועלט. זי וואקסט ביי א שטוינענדע שנעלקייט, און האט אינעם לעצטע 5 יאר געוואקסן איבער 3600% פראצענט!

קאליפארניע האט באשטראפט עמעזאן מיט א $5.9 מיליאן קנס, פארן פארלעצן ארבעטער-רעכט געזעצן.

די עס. ענד פי. 500 האט נעכטן דערגרייכט א פרישע היסטארישער הויכפונקט פון 5487 פונקטן, אזוי אויך האט די נעסדעק דערגרייכט א נייע היסטארישער הויכפונקט שוין צום זיבעטען טאג אין א רייע.


אסטראנזאנעקא זאגט אז איר לעצטיגע שטודיע אויף א אנטי קענסער דראג איז אדורכגעפאלן און נישט נאכגעקומען אירע ערווארטעטע צילן.

א אויספארשונג דורך רויטער'ס נייעס אגענטור באשולדיגט אז די אמעריקאנע ארמיי האט פינאנצירט א שטילע קאמפיין צו אראפשפילן די ווירקליכקייט פון כינעזער פראדעצירטע קאוויד-19 וואקסינען בשעת די עפידעמיע.
ניו יארק - פילע אמעריקאנע שטאטן האבן נעכטן דינסטאג געזעהן פון די שווערסטע היצן אין היסטאריע, ווען א מאסיווע היץ כוואליע האט באטראפן דעם מזרח ראיאן.

​​​​​​​ניו יארק האט אויך גאר שטארק געליטן פונעם היץ כוואליע, און איז ווייטער ערווארטעט צו זעהן א וואך פון היצן וועלכע וועט דערגרייכן אינעם מיטעלע 90 ציפערן. גאווערנאר האוקל האט אקטעוויזירט דעם שטאטס עמערדזשענסי קרעפטן ארויסצוהעלפן געליטנע געגענטער.

ניו יארק סיטי - די ריספאנס צייט פאר עמערדזשענסי באאמטע ביזן דערגרייכן א סצענע האט זיך געהעכערט אינעם לעצטיגע צייט. די עם. טי. עי. זאגט אז דאס וועט זיך נאכמער העכערן אינעם קומענדיגע צייט נאכפאלגענדיג דעם באשלוס אפצושטעלן די נייע קאנדזשעסטין טאלל פרייז וועלכע איז געווען ערווארטעט צו נידערן פארקער.


א שרעקליכע אטאקע איז ב"ה פארמיטן געווארן אן קיין פאטאליטעטן אין סיאטעל, וואשינגטאן, ווען א פארשוין האט געעפענט פייער ביים אריינגאנג צו די ביקור חולים שול אויף סאוט מארגען סטריט. דער רב פונעם שול מיט געציילטע מתפללים האבן זיך געפונען אינעם געביידע בשעת די שיסעריי, אבער זענען בחסדי שמים נישט געשעדיגט געווארן. פאליציי האט אנגעהויבן א העפטיגע אויספארשונג צו געפונען די שיסער.

די פעדעראלע גאווערמענט האט געעפענט אן אויספארשונג אויף טשאפמאן אוניווערסיטעט, א קאליפארניע פריוואטע שולע, וועלכע האט געגעבן ערלויבעניש פאר איר סטודענטן צו פראטעסטירן ביים אוניווערסיטעט און האט געשטעלט אין געפאר אידישע סטודענטן פונעם שולע. צווישן אנדערע האבן צעהיצטע פראטעסטירער געשריגן טויט סטראשונקעס אויף אידן.


גרעסטע גדולי ישראל בארה"ק וועלן באזוכן ניו יארק
מיט גרויס שפאנונג ווערט אויפגענומען די דראמאטישע מעלדונג, אז אין א זעלטן-היסטארישע שריט וועלן די סאמע גרעסטע גדולי ישראל בארה"ק זיך ארויסלאזן דעם מוצאי שבת קיין אמעריקא אויף א פאראייניגטע 'מסע הצלה', אפצוראטעווען די עולם התורה בארה"ק. צווישן זיי ציילט זיך: מרן ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא, כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא, המשגיח הגה"צ ר' דן סג"ל, און הגאון המקובל רבי יעקב הלל ראש ישיבת המוקבלים אהבת שלום. מיט זיי וועט זיך אויך אנשליסן הגאון האדיר רבי משה הלל הירש ר"י סלאבודקא וועלכע וויילט שוין יעצט אין אמעריקא.
​​​​​​​
די היסטארישע נסיעה קומט אין ליכט פון דעם וואס צוליב דעם 'גזירת הגיוס' האט די מדינת ישראל רעגירונג אפגעהאקט די געלט שטיצע פאר די ישיבות וכוללים און עס הערשט גרויס זארג אין די עולם התורה פון א טאטאלע צוזאמבראך היה לא תהיה.

נייע חתונה פלאן אין באבוב
טויזענטע חסידי באבוב זענען זיך נעכטן צוזאמגעקומען אין גרויסן ביהמ"ד באבוב אין בארא פארק, ווי עס איז פראקלאמירט געווארן א חתונה פלאן 'חיים של שלום' וועלכע וועט ערמעגליכן די חסידים חתונה צו מאכן אויף א ביליגע אופן. צווישן אנדערע האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א אויפגעפאדערט מבטל צו זיין דאס מאכן א באזונדערע מסיבה פאר די 'תנאים', און בראש וראשון שטייט די נייע זאל 'אהלי פריידא' אינעם נייעם בנין הת"ת, וועלכע וועט צושטעלן א 'תקנות פעקל' פארן פרייז פון בלויז 16 טויזענט דאלער. אזוי אויך וועט די קהלה גרינדן א פרישע גמ"ח וועלכע וועט בארגן גרויסע געלטער פאר א קליינע אפצאל.
​​​​​​​
איבערראשנד איז געווען די פרייליכע מעלדונג ביים מעמד, אז כדי צו מחזק זיין די נייע חתונה פלאן, האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א אויסגעדרוקט רצון קדשו צו אפרעכטן א מסיבת לחיים בביתו נאוה קודש, פאר אלע שידוכים וואס די מחותנים וועלן זיך אנשליסן אין דעם נייעם חתונה פלאן, א שריט וואס איז בכלל נישט געווען איינגעפירט ביז היינט אין באבוב.

היינט קומט פאר דעם שמחת החתונה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א בת לחתנו הרב יעקב יצחק שטערנבוך בן הגה"צ ר' אשר חיים שליט"א אב"ד אהל יעקב אנטווערפן און אור אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מאסטראוו קאלאשין שליט"א, מיט החתן בן הגה"צ ר' אהרן שמואל פאדווא שליט"א ראה"כ סאטמאר ב"פ בן כ"ק גאב"ד לאנדאן שליט"א וחתן הגה"צ ר' חיים דוד כ"ץ שליט"א דומ"ץ סאטמאר ב"פ - אין ביהמ"ד הגדול באבוב-45 אין ב"פ.

כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א קומט היינט אן צוגאסט קיין ניו יארק. די אכסניא איז בבית ר' יושע ברויער הי"ו אין בארא פארק.

היינט קומט פאר דעם שמחת החתונה פון החתן בן כ"ק אדמו"ר אמשינאוו ארה"ב שליט"א, מיט הכלה אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א בת לבנו הרב משה דאנציגער שליט"א אב"ד אלכסנדר בראכפעלד - אין די זאלן פון היכלי מלכות אין בני ברק.

היינט קומט פאר דעם שמחת החתונה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א בת לחתנו הרב אברהם ראבינאוויטש בן כ"ק האדמו"ר ממשכנות הרועים, עם בת הרב שלמה ראזענפעלד בן האדמו"ר מקארלין לעלוב זצ"ל - אין ביהמ"ד הגדול תולדות אהרן אין ירושלים.

היינט קומט פאר דעם שמחת החתונה פון הכלה בת כ"ק אדמו"ר מליזענסק מאנסי שליט"א - אין זאל עטרת טשארנא אין מאנסי.

היינט קומט פאר אן עצרת תפלה לרפואת כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א לרפו"ש אין זאל בנות ישראל וויזניץ אין מאנסי ווי כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא ספרינג וואלי שליט"א וועט אויפטרעטן.


החתן שלמה זלמן נ"י בן מו"ה בנציון ווייס הי"ו (מאנטריאל)
עב"ג בת מו"ה ישראל מרדכי בוים הי"ו (מאנסי)
שדכן אשת מו"ה חיים מאן הי"ו (ב"פ)

החתן אהרן שמעון נ"י בן מו"ה שלום פסח קארן הי"ו (מאנסי)
עב"ג בת מו"ה יואל מייזעלס הי"ו (לאנדאן)
שדכן מרת ווייס (מאנסי)

החתן יושע נ"י בן מו"ה וואלף אהרן טעללער שליט"א (ק"י)
עב"ג בת מו"ה שמואל עקיבא נויאוויטש הי"ו (וומס"ב)
שדכן אשת מו"ה שבתי קארפען הי"ו (וומס"ב)

החתן יעקב יוסף נ"י בן מו"ה יחיאל יושע ברילל הי"ו (סקווירא)
עב"ג בת מו"ה יודא דוד אונגאר הי"ו (סקווירא)
שדכן מו"ה יעקב יוסף שפירא הי"ו (סקווירא)

צו באקומען טעגליך - דרוקט דא
מיר ווארטן צו הערן אייער קאמענטארן
וויאזוי מיר קענען אייך בעסער סערווירן דעם פארציע.
​​​​​​​ביטע לאזט הערן אייער מיינונג דא

Kneidel Inc | 2 Perlman Drive, Monsey, NY 10977
845-237-9385
If you no longer wish to receive these messages, please click Unsubscribe