וויכטיגע אנווייזונגען פון די רעדאקציע
קליקט דא
|
| |
|
|
|
|
|
|
| |
| |
|
|
| |
 |
|
|
| |
בד"ה - טראגעדיע: קליין פיר-יעריג קינד
אין בארא פארק פלוצים נפטר געווארן
|
|
|
| |
 |
|
|
| |
בארא פארק - מיט צער און טרויער מעלדן מיר די ביטערע בשורה איבער א שווערע טראגעדיע וואס האט נעכטן זונטאג פאסירט מיט די פטירה פון א קליין פיר-יעריג יונגל וועלכע איז ליידער פלוצים פריצייטיג נפטר געווארן. דאס קינד הילד יהודה ע"ה, זון פון יבלחט"א הרב שמעון אברהם גרינפעלד שליט"א, האט דעם שבת נאכמיטאג זיך נישט גוט געשפירט, און זונטאג אינדערפרי האט ער ל"ע זיך נישט אויפגעכאפט נאכן צוריקקערן זיין נשמה לשמי מרום.
דאס קינד איז אן אייניקל פון הגה"צ רבי משה ירחמיאל גרינפעלד שליט"א אבד"ק סעמיהאי, און פון הגה"צ רבי חיים אליהו יואל אילאוויטש שליט"א, זון פון הגה"צ מיעמרינג שליט"א, איידעם פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל. די לוויה איז פארגעקומען אין בית המדרש סעמיהאי אויף די 20'סטע עוועניו, וואו הונדערטער האבן באגלייט די ריינע לויטערע נשמה למנוחה נכונה און ער איז דערנאך געקומען לקבורה אינעם בית החיים הר שלום אין עירמאנט.
יה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו ושנשמע ונתבשר בשורות טובות.
|
|
| |
|
|
|
|
|
|
| |
|
|
| |
 |
|
|
| |
מאנסי הצלה און חברים אפגעשיקט
שבת פעקלעך פאר הונדערטער באס
דרייווער אלס טייל פון זיכערהייט קאמפיין
|
|
|
| |
 |
|
|
| |
מאנסי - חברה הצלה אינאיינעם מיט חברים האבן דעם פרייטאג אפגעשיקט שבת פעקלעך פאר הונדערטער לאקאלע באס דרייווער, אלס דאנקבארקייט פאר זייער ארבעט צו האלטן די קינדער פארזיכערט, זייענדיג טייל פון א ברייטערע נייע לעצטיגע אונטערגענומענע זיכערהייט קאמפיין, צו לערנען קינדער און עלטערן צו פאלגן די איינגעשטעלטע האנט סיגנאלן, ווי בלייבן שטיין אויפן סיידוואלק, און קיינמאל נישט נאכלויפן א באס.
די פעקלעך האבן אנהאלטן פערזענליכע דאנק בריוו פון די אדמיניסטראטארן פון איבער 20 מוסדות התורה, א קאווע גלעזל פארן וועג, שבת זיסווארג, א שפיל פאר די קינדער, און זיכערהייט אנווייזונגען.
|
|
| |
|
|
|
|
|
|
היינט נאכט איז די ראפעל!!!
א ראלעקס זייגער, ווערד $65,000 קען ליגן
אויף אייער האנט אין עטליכע טעג.
איין גליקליכע געווינער, עטליכע הונדערט שטיצער וואס וועלן אויפבויען א מקוה טהרה מיט אומשאצבארע זכותים.
קליקט דא
|
 |
|
|
|
| |
|
|
| |
היסטארישע אויסברייטערונג ביי
צענטראלע חב"ד הויפטקווארטירן,
אין בעפארברייטונג צום כינוס השלוחים
|
|
|
| |
 |
|
|
| |
קראון הייטס - ביי די 770 חב"ד הויפטקווארטירן האט מען אין די טעג אנגעהויבן א פרישע לאנג ערווארטעטע פראיעקט צו פארענדיגן א נייע ביהמ"ד אויפן פלאץ פון די אלטע כולל געביידע אויף יוניאן סטריט, הארט הונטער די גרויסע היכל פון 770. דער נייער זאל וועט פארמאגן איבער 300 זיצן און וועט ווערן גענוצט דורכאויס דעם גאנצן יאר, האפנדיג עס זאל זיין גרייט צום כינוס השלוחים וואס וועט פארקומען קומענדיגע וואך פרשת חיי שרה, ווען טויזנטער שלוחים פון אלע עקן וועלט קומען צו פארן קיין קראון הייטס.
אלס טייל פון די ארבעט האט מען אראפגעגראבן דעם ערד פונעם נייעם ביהמ"ד ביז צום זעלבן הייעך ווי דער גרויסער זאל אין 770, צו קענען פארבינדן די צוויי זאלן, דערנאך וואס דאס ווערט אויפגעשטעלט אלס א צייטווייליגע געביידע וואס מען וועט שפעטער קענען אריינעמען אין די גרעסערע פלענער אויסצוברייטערן 770, וואו עס הערשט שוין לאנגע יארן א גרויסע ענגשאפט.
|
|
| |
|
|
|
|
|
|
| |
|
|
| |
 |
|
|
| |
712 לעמפלעך אנגעצינדן ביי עפענונג פון אלטע שוהל אין סעאיני צו פאראייביגן די 712 אידן וועלכע האבן דארט געוואוינט בעפארן קריג
|
|
|
| |
 |
|
|
| |
ראמעניע - די היסטארישע שוהל אין שטאט סעאיני אין די מאראמארש געגנט איז אין די טעג אפיציעל געעפנט געווארן אלס א מאזעאום צו פאראייביגן די טראנסילוואניע אידנטום, נאכן דורכגעגאנגען מאסיווע בוי ארבעט עס צו פארוואנדלען אין א מאזעאום.
ביים עפענונג צערעמאניע איז געווארן אנגעצינדן 712 עלעקטרישע לעמפלעך, איין לעמפל פאר יעדן איד וואס האט געוואוינט אינעם שטאט אין יאר 1941, ווען די נאציס ימ"ש האבן דאס אינוואדירט. די שוהל איז געבויט געווארן אין יאר 1904 אויפן ארט פון א קלענערע שוהל, און איז פאר צענדליגער יארן געשטאנען פוסט און לער ביז די שטאטראט האט עס אצינד איבערגעבויט מיט די פינאנציעלע שטיצע פון די אייראפעישע פאראיין.
|
|
| |
|
|
|
|
|
|
| |
|
|
| |
מאסקווער סטודענט אנטדעקט זיינע
חסידישע ווארצלען אויפן וועג צו זיין ברית
|
|
|
| |
 |
|
|
| |
מאסקווע - א סטודענט אין דער אידישער אוניווערסיטעט אין מאסקווע האט אויפן וועג צו זיין ברית אנטדעקט אז ער שטאמט פון א חסידישער ליובאוויטשער פאמיליע פון שטאט רעטשיטשע. דער בחור מיטן נאמען וולאדיא, וועלכע איז געקומען שטודירן פון דער רוסישער שטאט מיאס, האט זייענדיג אויפן וועג צום ברית שוין געהאט אויסגעקליבן פאר זיך דעם אידישן נאמען אריה.
דער שליח פון דער אוניווערסיטעט ר׳ דובער גאלדבערג האט אים דערביי פארגעשלאגן צו אנפרעגן זיין מוטער צי זי ווייסט דעם אידישן נאמען פון זיין זיידן. צו זיין איבערראשונג האט זי אויפגעדעקט אז דער זיידע, וועמען ער האט געקענט אלס איוואן, האט גאר געהייסן מנחם מענדל גורעוויטש און ציעט שטריכן צו א ליובאוויטשער פאמיליע. דער בחור האט באלד דערויף באשלאסן זיך צו רופן מנחם מענדל נאכן זיידן. די ברית איז דורכגעפירט געווארן דורכן מוהל ר׳ ישעיה שאפיט, מיט הרב אפרים בנימינוב אלס סנדק, און דערנאך איז פארגעקומען א סעודת מצוה מיט זיינע חברים פון דער אוניווערסיטעט.
|
|
| |
|
|
|
|
|
|
געניסט פון א 30% דיסקאונט דורך נוצן די פראמא-קאוד
'JD Media'
קליקט דא
|
 |
|
|
|
| |
|
|
| |
נייער מאזעאום איבער איראקער
אידנטום געעפנט אין אלטן אידישן
תלמוד תורה געביידע אין באגדאד
|
|
|
| |
 |
|
|
| |
איראק - אין צענטער פון באגדאד האט זיך אין די לעצטע טעג געעפנט א נייער מאזעאום איבער די געשיכטע פון די אמאליגע ארטיגע אידישע געמיינדע. דער מאזעאום ווערט גערופן "שמאש", נאכן אידישן תלמוד תורה וואס איז געגרינדעט געווארן אין יאר 1928 און האט זיך געפונען אינעם זעלבן געביידע.
די עפענונג איז פארגעקומען אויף א שטילע פארנעם, אן קיין אפיציעלע מעלדונג פון די איראקער רעגירונג, און איז בלויז באקאנט געווארן נאכדעם דורך בילדער און באריכטן אויף סאציאלע מידיא. אינעם מאזעאום איז געווארן ארויסגעשטעלט תשמישי קדושה, ספרים, קליידער און אלטע דאקומענטן, ווי אויך רעקארדירטע אינטערוויוס מיט אידן פון איראק.
לויט באריכטן האבן שוין אינעם ערשטן טאג פונעם עפענונג ארום טויזנט מענטשן באזוכט דעם מאזעאום, א מערהייט פון זיי נישט אידן, צוליב וואס היינט צוטאגס זענען בלויז פארבליבן געציילטע עלטערע אידן אין לאנד.
|
|
| |
|
|
|
|
|
|
חנוכה עירלי-בירד סעיל: ערהאלט א $50 דיסקאונט
ביים באשטעלן אייער קומענדיגן וואקאציע.
נוץ דער קאוד: JD50
כשר׳ע וואקאציע הייזער פאר ביז 70 געסט אין ארץ ישראל • פלארידע • ניו יארק • ניו דזשערסי • אריזאנע
• אלע שבת׳דיגע געברויכן אריינגערעכנט
• 24 שעה קאסטומער סערוויס צוגעשטעלט
רופט: 845-999-8452
קליקט דא
|
 |
|
|
|
| |
|
|
| |
 |
|
|
| |
גדולי ישראל צו אפרייזן קיין אייראפע אין ראם פון היסטארישע נסיעה לטובת קרן עולם התורה
|
|
|
| |
 |
|
|
| |
אייראפע - גרויס התרגשות הערשט ביים חרדישן אידנטום אין אייראפע נאכן ערהאלטן די בשורה אז גדולי ומאורי הדור וועלן אנקומען אהין אין די קומענדיגע וואכן פאר א היסטארישער נסיעה אויפצוטרייבן מאסיווע שטיצע לטובת די קרן עולם התורה וואס שטיצט הונדערטער ישיבות און כוללים אין ארץ ישראל וואס מוטשען זיך פינאנציעל נאכן פארלירן די רעגירונג שטיצע אין ליכט פון די גזירת הגיוס.
די חשוב'ער דעלעגאציע וועט באשטיין פון מרנן ורבנן הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א, הגאון רבי משה הלל הירש שליט"א ראשי ישיבת סלאבאדקא, דער זקן המשגיחים הגאון רבי דן סגל שליט"א, הגאון רבי יעקב הלל שליט"א, און נאך ראשי ישיבות ואדמור"ים. די נסיעה וועט זיך אנהייבן זונטאג פרשת חיי שרה, ווען צוערשט וועלן די גדולי ישראל אנקומען קיין לאנדאן, פון דארט וועט די דעלעגאציע אנקומען קיין פאריז, וויען און דערנאך קיין ציריך, דער הויכפונקט וועט זיין דער ערשטמאליגן באזוך פון די דעלעגאציע אין אנטווערפן.
|
|
| |
|
|
|
|
|
|
| |
|
|
| |
 |
|
|
| |
דיין אין לאנדאן רופט פאר מיטגעפיל מיט פאלעסטינער באפעלקערונג אין עזה
|
|
|
| |
 |
|
|
| |
לאנדאן - הרב אליעזר זאבין, דער דיין פון די לאנדאן בית דין און פון קהילת נר ישראל האט ביי א צוזאמקום פון אידישע און קריסטליכע פירער גערופן צו אנערקענען די ליידן פון פאלעסטינער, זאגנדיג אז רחמנות האט נישט א גרעניץ און אנערקענען דעם ווייטאג פון אנדערע פארקלענערט נישט אונזער אייגענע.
ער האט געזאגט זיינע ווערטער ביי א צוזאמקום אינעם וועסטמינסטער קאטעדראל זאל, אלס טייל פון א באזוך פונעם וואטיקאן קארדינאל אין לאנדאן. דער דיין האט דערמאנט דעם שרעק פון די ברוטאלע כאמאס טעראר משכונות פארכאפונגען קיין עזה און וויאזוי דאס האט אפעקטירט אידן איבער די וועלט, און דערביי אנערקענט די פארלוסטן, אויסוואנדערונג, הונגער און פיין פון די פאלעסטינער. זיינע ווערטער האבן אפגעהילכט אינעם זאל און דער קארדינאל האט אים דערביי באדאנקט פאר זיינע ווערטער.
|
|
| |
|
|
|
|
|
|
| |
|
|
| |
 |
|
|
| |
הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א
מבעלזא ערוואטעט אויף לענגערע
באזוך קיין בארא פארק
|
|
|
| |
 |
|
|
| |
בארא פארק - חסידי בעלזא אין אמעריקע גרייטן זיך אויף א דערהויבענע באזוך פון הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א בנו יחידו פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, וועלכע איז ערווארטעט אנצוקומען אויף א לענגערע באזוך אין שטאט בארא פארק, וואו עס געפינט זיך די גרעסטע אויסלענדישע בעלזא קהילה.
דער גאסט איז ערווארטעט אנצוקומען קומענדיגן מאנטאג פרשת וארא און וועט וויילן דאהי ביז דאנערשטאג פרשת בא. אין לויף פונעם באזוך וועט הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א אפהאלטן פערזענליכע באזוכן אין אלע בעלזא שטיבלעך און מוסדות אין שטאט, זיך צו באקענען פון דער נאנט מיט די בליענדע קהילה. אין שפיץ פונעם באזוך וועט שבת פרשת וארא געפראוועט ווערן א גרויסארטיגע שבת התאחדות געאייגנט פאר חסידי בעלזא תושבי העיר.
|
|
| |
|
|
|
|
|
|
| |
|
|
| |
 |
|
|
| |
באנייאונג פון אלטן מנהג צו ארויפגיין
אויפן הר הבתרים ערב שבת לך לך
|
|
|
| |
 |
|
|
| |
הר דב - א גרופע אידן זענען דעם פרייטאג צופרי ארויפגעגאנגען אויפן הר הבתרים וואס געפונט זיך ביים צפון גרעניץ, נעבן דער לעבאנעזער גרעניץ, וואו לויט דער מסורה איז דארט פארגעקומען דער ברית בין הבתרים מיט אברהם אבינו. מיט דעם האט מען באנייט אן אלטן מנהג ווען אידן פונעם גליל פלעגן יעדעס יאר ערב שבת פרשת לך לך ארויפגיין אויפן בארג, און דאווענען דארט און זאגן די פסוקים פון ברית בין הבתרים.
די באטייליגטע האבן דערביי געדאווענט תפילת שחרית מיט מנין און געלייענט די פסוקים פון דער תורה, און דער בעל תפילה איז געגאנגען אנגעטון מיט א ווייסן קיטל און געבלאזן שופר. ביים מעמד האט מען אויך דערמאנט אין נאמען פון גדולי ישראל אז דער פלאץ איז מסוגל צו דאווענען פאר רעגן, און מען האט געזאגט א ספעציעלע תפילה שטייענדיג שוין נאך דעם יום השאלה און ז׳ חשון.
|
|
| |
|
|
|
|
|
|
|
|
|